דער וואַסער-טרעגער
בילדהויער ראָמואַלדאַס קווינטאַס. 2020
לייענען די גאַנצע פּאָעמע
דו ביסט א טונקעלע קמיע אַיינגעפאַסט אין ליטע,
פאַרשריבּן גרוי און אַלט אַרום מיט מאָך און מיט לישייעס;
א ספר איז אַיעדער שטיין, אַ פּאַרמעט – יעדע וואַנט,
צעבּלעטערט סודותדיק און אויפגעעפנט אין דער נאַכט,
ווען אויף דער אַלטער שול, אַ וואַסער-טרעגער אַ געפראָרענער, –
דאָס בּערדעלע פאַרקאַשערט, – שטייט און ציילט די שטערן.
אַ דענקמאָל פֿאַרן אידעאַליזם
דאָס האַנטווערק פֿונעם וואַסער-טרעגער איז אין ווילנע פֿון לאַנג אָן געווען וויכטיק, כאָטש עס האָבן זיך דערמיט פֿאַרנומען די אָרעמסטע תושבֿים פֿון שטאָט. דער העלד פֿון דער סקולפּטור פֿאַרקערפּערט דעם אידעאַליזם, וואָס עס האָט אים נישט געפֿעלט אַפֿילו אין די שווערסטע צײַטן.
ראָמואַלדאַס קווינטאַס (1953–2018)
דער ליטווישער בילדהויער ראָמואַלדאַס קווינטאַס איז באַקאַנט מיט פֿיל ווערק, למשל סקולפּטורן לזכר וויטאַוטאַס קערנאַגיס אין נידאַ, דעם שרײַבער ראָמען גאַרי, דעם דאָקטער צ. שאַבאַד, דעם זינגער ד. דאָנסקיס און דעם שפּראַך-פֿאָרשער י. יאַבלאָנסקיס. אין האַרבסט 2015 איז אין רוסנע אַנטפּלעקט געוואָרן אַ סקולפּטור פֿון קווינטאַס, געווידמעט הערמאַן קאַלענבאַך און מאַהאַטמאַ גאַנדי; אין האַרבסט 2017 איז אין ווילנע אַוועקגעשטעלט געוואָרן זײַן סטאַטוע פֿונעם קירך-רעפֿאָרמאַטאָר מאַרטין לוטער. אין האַרבסט 2019, אַ יאָר נאָך דעם טויט פֿונעם בילדהויער, איז אַנטפּלעקט געוואָרן אַ סקולפּטור לזכר דעם זינגער, דיכטער און קינסטלער לעאָנאַרד קאָהען.
די סקולפּטורן פֿון ראָמואַלדאַס קווינטאַס צייכענען זיך אויס מיט היימישקייט און מיט אַ פֿאָלקאָמענער, איידעלער און כאַראַקטעריסטישער פֿאָרעם-פּלאַסטיק. די פֿיגורן ווערן געוויזן ווי פּשוטע מענטשן, און די סקולפּטורן ווערן געשאַפֿן אין נאַטירלעכער גרייס. דער דירעקטער פֿאַרבאַנד צווישן דער סקולפּטור און דעם צוקוקער איז דער מערקווערדיקסטער שטריך פֿון קווינטאַסעס שאַפֿן.
משה קולבאַק (1896–1937)
משה קולבאַק איז געבוירן געוואָרן אין סמאָרגאָן (אין הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד, דעמאָלט אין דער רוסישער אימפּעריע), איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ רעליגיעזער ייִדישער משפּחה, האָט געלערנט אין דער מלוכישער ייִדישער שול, אָוונטן אין חדר, און שפּעטער אין די ישיבֿות פֿון סווינציאַן און וואָלאָזשין. מיטן אויסברוך פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה זײַנען קולבאַקס עלטערן און קרובֿים אַריבערגעפֿאָרן קיין מינסק, בעת ער האָט געלערנט אין אַ ייִדישן יתום-הויז אין קאָוונע. אין 1919 איז ער אַריבערגעפֿאָרן קיין ווילנע. פֿון 1920 ביז 1923 האָט ער געלעבט אין בערלין. אין 1923 איז ער צוריקגעקומען קיין ווילנע, וואָס איז געווען אַ צענטער פֿון ייִדישער ליטעראַרישער קולטור, וווּ ער האָט געלערנט מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור אין דער רעאַל-גימנאַזיע (אַ ייִדיש-רעדנדיקער גימנאַזיע) און אין דעם ייִדישן לערער-סעמינאַר. אין 1927 איז ער אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער ערשטער פּרעזידענט פֿונעם וועלט-ייִדישן פּען-קלוב. אין 1928 איז דער שרײַבער אַריבערגעפֿאָרן קיין מינסק (די הויפּטשטאָט פֿון סאָוועטן-ווײַסרוסלאַנד), וווּ אַ גרויסער טייל פֿון זײַן משפּחה האָט געלעבט און עס האָט געקאָכט אַ לעבעדיק ייִדיש ליטעראַריש לעבן. אין 1937 איז קולבאַק געשטעמפּלט געוואָרן ווי אַ „פֿײַנט פֿון פֿאָלק“, באַשולדיקט אין געהערן צו אַן אַנטי-סאָוועטישער אָרגאַניזאַציע און אין זײַן אַן אַגענט פֿונעם פּוילישן אויסשפּיר-דינסט; זײַנע ווערק זײַנען פֿאַרווערט געוואָרן און ער אַליין איז אײַנגעשפּאַרט געוואָרן אין אַ סאָוועטישן גולאַג-לאַגער. אין 1937 איז ער אומגעבראַכט געוואָרן (דערשאָסן). זײַן קבֿר איז אומבאַקאַנט. אין 1956 איז דער דיכטער רעהאַביליטירט געוואָרן.
לידער און פּראָזע האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אויף העברעיִש, און שפּעטער אויף ייִדיש. קולבאַק ווערט גערעכנט פֿאַר אַ שעפֿער מיט אַ טיפֿן שׂכל און אַ גרויסן גײַסט, וואָס האָט אין זײַנע ביכער צונויפֿגעשמאָלצן די פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער קבלה און דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר מיטן מערבֿ-אייראָפּעיִשן טראַכט און זײַן ליטעראַרישער מענטאַליטעט. אין פֿיל באַציִונגען איז קולבאַקס שאַפֿן אַ סינטעז פֿונעם ליטוויש-ייִדישן ליטעראַרישן מאָדערניזם.
איינע פֿון די באַדײַטנדסטע ווערק פֿון קולבאַק איז די פּאָעמע „ווילנע“ (1926), וואָס ווערט גערעכנט פֿאַרן טיפֿסטן און שענסטן ווערק וועגן דער דאָזיקער שטאָט. מיט אַ ווייכן עלעגישן פֿרײַען פֿערז, אומגעריכטע מעטאַפֿאָרן און דרייסטע פֿאַראַלגעמיינערונגען מאָלט דער דיכטער אַ לאַקאָניש און אויסדרוקספֿול בילד פֿון ווילנע.
רעדע פֿונעם אַמבאַסאַדאָר פֿון דער דײַטשער פֿעדעראַלער רעפּובליק מאַטיאַס זאָן בײַם אַנטפּלעקן פֿון דער סקולפּטור „דער וואַסער-טרעגער“ פֿון ראָמואַלדאַס קווינטאַס, דעם 19טן אָקטאָבער 2020
2020 איז דאָס יאָר פֿונעם ווילנער גאון, וואָס איז געבוירן געוואָרן מיט 300 יאָר צוריק. אין 2020 שטייט דײַטשלאַנד בראָש פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַליאַנץ פֿאַרן אָנדענק פֿונעם חורבן (IHRA). אַלע IHRA-לענדער האָבן זיך פֿאַרפֿליכטעט אָנצוקוקן די פֿאַרגאַנגענהייט גלײַך אין די אויגן. מיר ווייסן, אַז עס איז אוממעגלעך אומצומאַכן די גרויזאַמקייטן, צוריק צום לעבן צו ברענגען די דערמאָרדעטע, אָדער צוריקצודרייען די אַכזריות. אָבער עס איז מעגלעך זיך צו לערנען און צו געדענקען, ווי ליטע איז געוואָרן אַ טייל פֿונעם ברייטערן ראַיאָן, וואָס טימאָטי סנײַדער האָט אָנגערופֿן „Bloodlands“ (בלוטיקע לענדער). היטלערס שײַנבאַר ניט-אָפּצושטעלנדיקע מאַכט האָט געבראַכט דערצו, אַז פֿונעם 22טן יוני 1941, ווען נאַצי-דײַטשלאַנד האָט אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זײַנען אַלע פֿאַרבליבענע נאָרמעס פֿון ציוויליזאַציע אַוועקגעוואָרפֿן געוואָרן. גאַנצע קאַטעגאָריעס מענטשן, יונג און אַלט, האָבן פֿאַרלוירן דאָס עלעמענטאַרסטע מענטשנרעכט – דאָס רעכט אויף לעבן. דאָס וואָרט „שואה“ באַטײַט נישט קיין רדיפֿה פֿאַר דעם וואָס מע האָט געטאָן, געזאָגט אָדער געטראַכט, נאָר פֿאַר דעם ווער מע „איז“: פֿעלקער-מאָרד.
דער טויט אַליין איז געוואָרן, ווי דער רומענישער ייִדישער דיכטער פּאָל צעלאַן האָט עס אין 1945 אויסגעדריקט אין זײַן אומפֿאַרגלײַכלעך דורכדרינגלעכער „Todesfuge“ („טויט-פֿוגע“), „אַ מײַסטער פֿון דײַטשלאַנד“. צעלאַן האָט געשריבן אויף דײַטש, דעריבער ברענג איך דעם אָריגינאַל – „der Tod ist ein Meister aus Deutschland“. אַזוי איז עס געבליבן: דער טויט, אַ מײַסטער פֿון דײַטשלאַנד, ביז 1945. די היסטאָרישע אחריות בלײַבט. זי בלײַבט, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר אַלעמען בײַ אונדז, די דײַטשן. הײַנט און אויף תּמיד.
די פֿעלקער-מערדערישע שטרעבונג פֿון נאַצי-דײַטשלאַנד האָט אָבער אויך געשטעלט די „Bloodlands“ פֿאַר מאָראַלישע אויסקלײַבן, וואָס עס איז כּמעט אוממעגלעך געווען זיי בײַצושטיין מיט כּבֿוד; צווישן זיי איז געווען ליטע. יאָ, די „חסידי אומות העולם“ זײַנען אַ מוטיקע, אָבער אַ קליינע מחנה. אומעטום און נירגנדס. און פֿאַר יעדן לאַנד איז עס אַ שווערער, פּײַנלעכער פּראָצעס – אַרײַנצוקוקן אין שפּיגל פֿון די אייגענע היסטאָרישע צווייטײַטשיקייטן. בפֿרט ווען די דאָזיקע דילעמעס, די דאָזיקע צווייטײַטשיקייטן זײַנען אַרויפֿגעצוווּנגען געוואָרן פֿון דרויסן, ווען זיי זײַנען נישט געווען אייגן-געמאַכט.
הײַנט גיב איך אָפּ כּבֿוד דער שטאָט ווילנע, דעם אַ מאָליקן „ירושלים דליטא“, פֿאַר איר בײַטראָג; פֿאַר דעם דינען די זאַך פֿון היסטאָרישער ערלעכקייט; פֿאַר דעם וואָס זי האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם כּמעט אומבאַשטיייִקן יצר צו קולטיווירן אַ גרינגן, אומדיפֿערענצירטן, פֿאַרענטפֿערנדיקן נאַראַטיוו וועגן איר אייגענער קרבן-ראָלע; פֿאַר דעם וואָס זי האָט אונדז געגעבן אַ דענקמאָל, אַן אָרט, אַ בילד, וואָס וועט אונדז אַלעמען העלפֿן געדענקען, וואָס איז דאָ אומזיניק און ברוטאַל פֿאַרניכטעט געוואָרן – הונדערטער יאָרן ייִדיש לעבן, ייִדישע לערנונג, ייִדישע קולטור, די ייִדישע שפּראַך ווי אַ לעבעדיקע, גערעדטע שפּראַך.
פֿאַר אַלעם דאַנק איך דעם בירגערמײַסטער פֿון ווילנע, איך דאַנק אײַך, טײַערער רעמיגיוס שימאַשיוס. די באַשיידענע סטאַטוע פֿונעם „וואַסער-טרעגער“, וואָס מיר אַנטפּלעקן הײַנט, איז אַ קליין „aide-mémoire“, ווי מיר דיפּלאָמאַטן רופֿן עס: ייִדן האָבן אַ מאָל געשפּילט אַ באַזונדער וויכטיקע ראָלע אינעם דעמאָלטיקן ווילנע. זיי האָבן עס געמאַכט פֿאַר אַן אינטעלעקטועלן צענטער פֿון אייראָפּע, גערופֿן „ירושלים דליטא“. אַרום 95% פֿון די ליטווישע ייִדן זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן בעת מײַן לאַנד האָט דאָ געהערשט. ענדלעך, אין 1945, האָט די רויטע אַרמיי פֿאַרכאַפּט בערלין און באַפֿרײַט אונדז, די דײַטשן, פֿון היטלערן – נאָר כּדי זײַן געוועלטיקונג צו פֿאַרבײַטן מיט סטאַלינס רעפּרעסיע. דאָס ליטווישע היסטאָרישע מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אין דער אַ מאָליקער געסטאַפּאָ- און KGB-צענטראַלע אויפֿן געדימינאַס-פּראָספּעקט, דערציילט די דאָזיקע געשיכטע. זײַן אינטערנעץ-אַדרעס איז genocidas.lt. דערפֿאַר דאַרף מען אַזאַ טראַנסצענדענטע סקולפּטור.
דער נײַער ווילנער וואַסער-טרעגער, אַ ווערק פֿונעם בילדהויער ראָמואַלדאַס קווינטאַס, וואָס איז געשטאָרבן מיט צוויי יאָר צוריק, איז פֿאַר מיר אַ באַזונדערס פּאַסיק דענקמאָל. ראָמאַס קווינטאַס ווײַזט אונדז נישט איינעם פֿון די גרויסע און חשובֿע פֿון ייִדישער לערנונג, קונסט אָדער ליטעראַטור. וואָס מיר זעען, איז אַ באַשיידענער מענטש אין זײַן באַשיידן לעבן, אַ לעבן פֿון שווערער אַרבעט און ווייניק אַמביציע, אַ לעבן אָן פּרעטענזיע. אַן אומשעדלעך לעבן, זיכער. פּונקט דערפֿאַר רירט מיך אָן דאָס דענקמאָל אַזוי מאָנומענטאַל: ווײַל עס איז אין גאַנצן נישט-מאָנומענטאַל, כּמעט דעמאָנסטראַטיוו אויף איין הייך מיט אונדז. און פֿונדעסטוועגן קוקט דער דאָזיקער פּשוטער אַרבעטער אַרויף צום הימל. צי זעט ער דאָרט די שטערן? צי גיבן זיי אים אַ טרייסט?
איך ענדיק. אַ האַלבן יאָרהונדערט לאַנג זײַנען צוויי דורות – דאָס מזרח-דײַטשע און דאָס ליטווישע – געהאַלטן געוואָרן הינטערן אײַזערנעם פֿאָרהאַנג, ביז זיי האָבן געקאָנט צוריקגעווינען די פֿרײַהייט – יענע, וועמענס משפּחות זײַנען נישט אומגעבראַכט געוואָרן אונטער דער נאַצי-דײַטשער אָקופּאַציע.
הײַנט שטיצן ליטע און דײַטשלאַנד צוזאַמען די מענטשן אין ווײַסרוסלאַנד, כּדי אויך זיי זאָלן ענדלעך דערגרייכן דאָס זעלבע. לאָמיר הנאה האָבן פֿון אונדזערע פֿרײַהייטן און זיי נוצן פֿאַראַנטוואָרטלעך אין די צײַטן פֿון קאָראָנאַ. זאָל די דאָזיקע סטאַטוע פֿונעם וואַסער-טרעגער שטאַרקן אונדזער מיטגעפֿיל, אונדזער ווילן צו טראַכטן וועגן די אָרעמע, וועגן יענע וואָס דאַרפֿן הילף. זײַן בליק צום הימל לאָזט אונדז פֿאַרשטיין, ווי פּריווילעגירט מיר זײַנען. ווי דאַנקבאַר מיר דאַרפֿן זײַן וואָס מיר לעבן אין אַזוי פֿיל בעסערע צײַטן – ווײַט פֿון די מוראדיקייטן, וואָס דער דאָזיקער וואַסער-טרעגער האָט מסתּמא געזען. און ווי קענען מיר זײַן דאַנקבאַר, אויב מיר וואָלטן דערלויבט יענע מוראדיקייטן צו ווערן פֿאַרגעסן?
איך דאַנק אײַך האַרציק פֿאַר אײַער אויפֿמערקזאַמקייט.