ווילנע
1
אויף דיינע מויערן גייט ווער אַרומעט אין אַ טלית. ביינאַכט איבערן שטאָט איז ער אַליין אַ טרויעריקער אויף. ער האָרכט: די אַלטע אָדערן פון שאַרע דורכהויפן און קלויזן וואַכן, קלינגען, ווי אַ הייזעריקע האַרץ אַ שטויביקע. דו ביסט אַ תּהילים אויסגעלייגט פון ליים און אייזן; אַ תפילה איז אַיעדער שטיין, א ניגון – יעדע וואַנט, ווען די לבנה רינט אַראָפּ אין דיינע געסלעך פון קבּלה, און ס'בּלייכט אַרױס די נאַקעטע און מיאוס-קאַלטע פּראַכט. דיין פרייד איז טרויער – די פרייד פון טיפע בעסער אין קאַפּעליע, יום-טובים זיינען די לוויות, און טרייסט – די קלאָרע, לייכטנדיקע אָרעמקײט, ווי שטילע זומער-נעפלען אויף די ראָגן פון דער שטאָט. דו ביסט א טונקעלע קמיע אַיינגעפאַסט אין ליטע, פאַרשריבּן גרוי און אַלט אַרום מיט מאָך און מיט לישייעס; א ספר איז אַיעדער שטיין, אַ פּאַרמעט – יעדע וואַנט, צעבּלעטערט סודותדיק און אויפגעעפנט אין דער נאַכט, ווען אויף דער אַלטער שול, אַ וואַסער-טרעגער אַ געפראָרענער, – דאָס בּערדעלע פאַרקאַשערט, – שטייט און ציילט די שטערן.
2
בּיינאַכט איבּערן שטאָט בין איך אַלײן אַ טרויעריקער אויף: ניטאָ קיין קלאַנג. עס גליווערן די הייזער – קופעס שמאַטעס, נאָר ערגעץ הויך אַ חלבֿדיקע ליכטל טריפט און פלאַטערט, – עס זיצט א בּעל-מקובּל אַיינגעװעבּט אין בוידעם, ווי אַ שפין, און ציט דעם גרויען פאָדעם פון זיין לעבּן; – איז ווער פאַראַן אַרום אין ווייטער, קאַלטער פוסטעניש, װאָס מיר, פאַרטויבּטע, הערן די פאַרלאָרענע געשרייען? און ס'שטייט פאַר אים רזיאל בּליייק אין דער טונקלקייט מיט אַלטע, פּאַרמעטענע פליגלען אָפּגעקראָכענע, און אויגן – גריבער אָנגעפילט מיט זאַמד און שפינוועבס: – ניטאָ. חוץ טרויער איז שוין גאָרניט מער פאַראַן!... דאָס ליכטל טריפט. עס האָרכט דער גרינער ייד פאַרשטיינערט און זויגט דאָס פינסטערניש פון מלאכס אויגנלעכער, און בוידעם איבער בוידעם עטעמט אָפּ – די לונגען פון דער האָרבּיקער באשעפעניש, וואָס דרעמלט אין די בּערג. אָ, אפשר ביסטו, שטאָט, אַ חלום פון אַ בּעל-מקובּל, װאָס שוועבט אַ גרויע אינדערוועלט, ווי שפּינװעבּס אָנהײבּ יעסיען.
3
דו ביסט אַ תהילים אויסגעלייגט פון ליים און אייזן, און דיינע אותיות װאָגלען, בּלאָנדזשען אָפּגעקראָכענע: יידן שטייפע, ווי די העלצער, ווייבער, ווי די לעבּלעך בּרויטן; קאַלטע, סודותדיקע בערד, די פלייצעס אויסגעהאַמערטע, און אויגן וואַקלענדיקע, לאַנגע, ווי די שיפלעך אין א טייך – – – יידן דיינע בײַ אַ זילבּערדיקן הערינג שפּעט בּיינאַכט שלאָגן זיך על-חטא: אָ, גאָט, מיר זינדיקן, מיר זינדיקן... און די לבנה, ווי אַ ווייס אויג, אַדורך די שייבלעך גלאָצט – דאָרט זילבּערן זיך שמאַטעס אָנגעהאַנגען איבער שטריק, די קינדער אין די בּעטן – געלע, גליטשעוודיקע ווערעם, און מוידן האַלבּ שוין אויסגעטאָן מיט לייבּער, ווי די בּרעטער – – – שמאָלע, ווי די גאַסן זיינען כמורנע יידן; שטומע שטערנס, ווי די גליווערדיקע ווענט פון שול-הויף, און בּרעמען מאָכיקע, ווי דעכער איבער דיינע חורבות, דו ביסט אַ תהילים אָנגעשריבּן אויף די פעלדער, און ווי אַ ראָבּ זינג איך פון דיר בּיים שיין פון דער לבנה, ווייל קייןמאָל איז די זון ניט אויפגעגאַנגען אין דער ליטע.
4
דיין פרייד איז טרויער – די פרייד פון טיפע בעסער אין קאַפּעליע, אַ שוואַרצער איז דיין שטילער פרילינג. ביימלעך וואַקסן פונ'ם מויער, גרעזער פון די ווענט; דאָס גרויע בליעכץ קריכט פאַרשלאָפן פונ'ם אַלטן בּוים און בּלאָטיק שטייט די קאַלטע קראַפּעווע שוין בּיי דער ערד, נאָר קויט און אייביק גליווערדיקע ווענט אין נעץ. און ס'טרעפט ביינאַכט, אַ ווינטל טוט אַ טריקן שטיין און דאַך, און אַ געשטאַלט פון טראָפנוואַסער און לבנה-שיין שלייכט דורך די גאַסן זילבערלעך און ציטערדיק פאַרחלומט – ס'האָט די וויליע קיל און נעפלדיק זיך אויפגעהויבן, און פריש, און נאַקעט-הויל, מיט לאַנגע, וואַסערדיקע הענט, אַריין אין שטאָט. די בלינדע שייבלעך קוקן אויסגעקרימט, די בריקלעך רונד איבּערגעװאָרפן אויף די מויערן. אָ, קיינער וועט ניט עפענען אַ טיר, אַרויסשטעקן דעם קאָפּ צו דער וויליע אין איר דינער, בלויער נאַקעטקייט. עס שטוינען, ווי די בּערג אַרום, די מויערן מיט בּערד, און שטיל, און שטיל – – –
5
דו ביסט אַ טונקעלע קמיע איינגעפאַסט אין ליטע, און ס'טליען קוים געשטאַלטן אין דיין אומרויקן גרונט: די ווייסע, בּלאַנקע גאונים פון ווייטער ליכט, מיט בּיינער שמאָלע, האַרטע, אויסגעשליפענע פון מי; דאָס הייסע, רויטע העמדל פונ'ם שטאָלענעם בּונדיסט; דער בלויער תלמיד זיצנדיק בּיים גרויען בּערגלסאָן, און יידיש איז דער פּראָסטער קראַנץ פון דעמבּנבּלעטער אויף די אַרײנגאַנגען די הײליק-װאָכיקע פון שטאָט. דאָס גרויע יידיש איז דאָס ליכט, וואָס פינקלט אין די פענסטער – אָ, ווי א גייער בײַ אַן אַלטן בּרונעם אונטערוועגס, זיץ איך דאָ און האָרך די רויע שטים פון יידיש. און אפשר רוישט עס אַזױ שטאַרק דאָס בּלוט אין מיינע גלידער? איך בין די שטאָט! די טויזנט שמאָלע טירן צו דער וועלט, די דעכער איבער דעכער צו דעם בּלאָטיק-קאַלטן בּלוי, איך בין דער שוואַרצער פלאַם, װאָס לעקט דאָ הונגעריק די ווענט און גליט אין שניידיק-שאַרפן אויג פון ליטוואָק אינדערפרעמד. איך בּין דאָס גרוי! איך בין דער שוואַרצער פלאַם! איך בּין די שטאָט!
6
און אויף דער אַלטער שול אַ וואַסערטרעגער א געפראָרענער, – דאָס בּערדעלע פאַרקאַשערט – שטייט און ציילט די שטערן.